Это предисловие к моей новой книге "Бе-Сияте де-Шмайя", работа над которой закончена. Предисловие будет на четырёх языках: украинском, русском, идише и иврите. Это - на языке идиш перевод Анатолий Кержнер
(:Не пытайтесь переводить гугл-переводчиком - он выдаст несуразный результат
זייט אזוי גוט, טראָגט ניט ארויס אָט דאָס בוך פון דער שול, אַרכיוו, מוזיי, ביבליאָטעק!
דאָס בוך איז באשאפן צוליב אן ערלעכע ציל – כדי מיט א סך יאָרן שפּעטער, ס'זאָל זיין א מעגלעכקייט דערמאָנען די נעמען פון צען דורות וויניצער און בראצלאווער
יידן, וואָס זייערע משפחה צווייגן
זיינען פאראייניקן אין מיר און אין מיינע קינדער.
א סך פון זיי זיינען
געווען צדיקים, עטלעכע – כהנים אין א באוואוסטן
חסידישן שטעטל ברסלב, עטלעכע, צוליב א מצווה, גענומען אן אָנטייל אין אויפבוי פון דער וויניצער שול אויף היינטיקע
סאָבאָרנע גאס. זאָלן זיי אלע, אויך ווייטער, העלפן פאר די, ווער וועט זיי מזכיר זיין
אין הזכרת נשמות אין תפילת יזכור, ווען איך אליין וועל שוין
זיין אין עולם האמת.
איך האָב געזאמלט וועגן זיי ידיעות ממש נאָך די ברעקלעך, אין משך פון א גאנצן יאָר תשע''ז, בברכה מיוחדת פון אונדזערע חשובע, טייערע און באליבטע, דעם רב פון וויניצע און וויניצער געגנט, ר' שאול האָראָוויץ און דעם רב דק''ק מאָהילוב אויף דניעסטר ר' מנחם מענדל ליכטשטיין. יעדער טאָג ס'האָבן זיך אנטפּלעקט נייע נעמען און מעשיות. ס'איז א גרויסער שאָד, וואָס האָב איך ניט באווייזן צו טאָן עס, ווען מיינע עלטערן זיינען געווען
נאָך ביים לעבן, קען זיין, אז ס'וואָלט זיין מער ידיעות און פּרטים. איך האָב געפילט זייער א גרויסע באגייסטערונג
ביים שרייבן דאָס בוך, גלייך ווי די הייליקע נשמות פון די געשטאָרבענע
האָבן אליין געשטרעבט אריין אינעם בוך.
אן אומאָפּשאצלעכער בייטראָג זיינען
אריינגעטראָגן נפתּלי קערזשנער, יעלענא אילקאָווא, יעלענא צוועליק און אלע-אלע מיינע קרובים, צעזייטע און צעשפּרייטע איבער דער גאנצער וועלט – א שיינעם הארציקן דאנק אלעמען! אָן אייך ס'וואָלט אלץ דאָס זיין אוממעגלעך.
לוי יצחק פיין